Кабинет

Посты канала סאטמארע נייעס 🌴

сначала новые

#32262Текст
Просмотры118−20%к среднему
Пересылки—
Реакции—
Комментарии—
#32259Фото
Просмотры97−34%к среднему
Пересылки—
Реакции—
Комментарии—
Динамика просмотровСкрыть динамику

Рост просмотров

Часов после публикации

Показать таблицей
Часов после публикацииПросмотры
0 ч0
7 ч80
25 ч97
  1. Через 6 часов80
  2. Через 24 часа97
  3. Всего сейчас97
#32258Текст

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים: - הר''ר מנשה גליק שליט''א און הר''ר יואל ברמ''ח ווייס שליט''א אין די זאלן פון כינור דוד. - הרה''ח ר' יצחק יודא קליין הי''ו און הרה''ח ר' שמואל דוד פרידריך הי''ו אין די זאלן פון גינת קליין. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:10 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג ר' רבי ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב דביהמ''ד זכרון יחזקאל במאנטשעסטער. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. ארום 9:30 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים הר''ר חיים משה לעוו שליט''א און הר''ר הערשל אילאוויטש שליט''א. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. *דאנערשטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א* דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - ב''ר בנימין שווארטץ הי''ו. - ב''ר יואל ברש"צ שפיטצער הי''ו. - ב''ר יואל בר"ב גלאנץ הי''ו. - ב''ר משה יצחק זילבערשטיין הי''ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל''ד פסוק י''ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 5:15 און מעריב ארום 6:00 בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים: - הרה''ח ר' יודא עפשטיין הי''ו און הרה''ח ר' שבתי שאול גראס הי''ו אין די זאלן פון כינור דוד. - הר''ר יואל פאסטערנאק שליט''א און הר''ר יעקב שלמה רובינפעלד שליט''א אין די זאלן פון גינת קליין. ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו די שמחת השבע ברכות אינעם זאל בביתו נאוה קודש צוגעשטעלט דורך רבינו שליט''א פאר די בני המשפחה, און עס זענען ספעציעל געלאדענט געווארן די בחורים וועלכע האבן זיך פארהערט אריבער פינף הונדערט בלאט גמרא דורך מסגרת 'חבורת ותלמידו בידו' שע''י ישיבותינו הק' פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה. במשך די סעודה האט הרה''ג ר' שלמה שבתי קעסטענבוים שליט''א פארגעלייגט פארשידענע שאלות בעניני לימוד התורה, און איבער וויאזוי עס האבן אויסגעקוקט ישיבות פאר די מלחמה, ובפרט ביי רבותינו הק' לבית סיגוט זיע''א. און דער רבי האט געענטפערט בטוב טעם ודעת און אויסגעשמועסט נאך פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות און זכרונות פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אין ישיבה. דער רבי האט משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ויבא יעקב שלם' און ארויסגעברענגט אז יעקב אבינו איז געווען שלם בתורתו, וויבאלד ער האט מקיים געווען סיי ילמוד תורה ואח''כ ישא אשה און סיי ישא אשה ואח''כ ילמוד תורה, און דורך דעם האט ער זוכה געווען צו זיין שלם בגופו און שלם בממונו. און מסיים געווען מיט ברכות קדשו פארן חתן און מחותנים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר אלע בחורים מען זאל קענען מסיים זיין נאך פילע מסכתות הש''ס, און אנגעוואונטשן פאר די עסקני החבורה וועלכע זענען מרבה תורה בישראל. - ברכהמ''ז: דער זיידע הגה''צ אבד''ק ור''י אלכסנדר שליט''א. - ברכות ראשונות: דער זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו מאנסי שליט''א. - ברכה אחריתא: דער זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א. נאכן בענטשן האט זיך דער גאנצע עולם אויפגעשטעלט טאנצן ארום דעם זאל, און דער רבי האט זיך צוגעקוקט מיט א קורת רוח און מעודד געווען די ריקודין א לענגערע צייט. און דערנאך פארטיילט א מתנה א זילבערנע טאביק פושקע פאר אלע בחורים, און אנגעוואונטשן פאר די ראשי החבורה, ובפרט פאר הרה''ח ר' יצחק שווארטץ הי''ו פטרון החבורה. מען האט געענדיגט ארום 10:50. *פרייטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א* אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' יקותיאל מנשה ווערצבערגער הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' מרדכי ניווח הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר ישראל ברד''א לאנדא הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי. ▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Открыть в Telegram
Просмотры95−35%к среднему
Пересылки—
Реакции—
Комментарии—
Динамика просмотровСкрыть динамику

Рост просмотров

Часов после публикации

Показать таблицей
Часов после публикацииПросмотры
0 ч0
7 ч80
25 ч95
  1. Через 6 часов80
  2. Через 24 часа95
  3. Всего сейчас95
#32257Текст

מען האט געזינגען א לענגערע צייט ניגוני התעוררות ודביקות לעורר זכות אבות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, וכל העם הנאספים, און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה בהתלהבות אש קודש א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א ובני משפחתו, און עקסטער געטאנצן מיט חדב''ן הגה''צ שליט''א, און דערנאך ממשיך געווען מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, און דערביי עקסטער געטאנצן מיט אחיו הגה''צ שליט''א. דערנאך האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די חתן כלה, און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קרית יואל. *דינסטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א* אינדערפרי איז פארגעקומען די ברית'ן: - לבן הנולד אצל ר' בנימין ברי"א לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. - לבן הנולד אצל ר' זרח שטיינבערג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - בן הרה"ג ר' שלמה יואל מאשקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג. - בן ר' בנציון באש הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ''ק אדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א בבית האכסניא אין שטוב פון הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די עבודת ה' בשמחה פונעם הייליגן חוזה מלובלין זיע''א, און ר' שלום יצחק הי''ו האט געגעבן פאר רבינו שליט''א ספר דברי האמת מיט תורות פונעם חוזה מלובלין זיע''א וואס ער האט איבערגעדריקט, און געוויזן פאר רבינו שליט''א פארשידענע אנטיק חפצים מאוצרו פונעם הייליגן ישמח משה זיע''א און נאך צדיקים. האדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א האט מכבד געווען רבינו שליט''א מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך איז דער רבי ארויף אויף ניחום אבלים ביי ר' יעקב ב''ר מרדכי קאהן הי''ו היושב ע''פ בתו הילדה ע''ה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:30 ביז 12:10 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה''צ ר' אליעזר ליפא כהנא שליט''א אב''ד ספינקא ירושלים אינאיינעם מיט חתנו הר''ר ארי' לייבוש כהנא שליט''א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי נכדו /בנו למז''ט, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו. אויך איז אריין בקו''פ מחותנו נכד הגה''צ אבד''ק ב''פ שליט''א הרב יואל בהר"י מייזליש שליט''א פון וויען מקבל זיין ברכת הקודש לרגל שמחת נישואי בתו למז''ט און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. נאך די זמני כניסה ארום 12:15 איז דער רבי אריבער אויף ניחום אבלים ביי הרה''ח ר' נחום וועבערמאן הי''ו פון לאנדאן היושב ע''פ אמו ע''ה. ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין די זאל פון גינת אסתר צום שמחת החתונה פון נכדת אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, הכלה בת לבנו הגה''צ ר' סיני טייטלבוים שליט''א חתן כ''ק אדמו''ר ממעליץ שליט''א. ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן, דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די זיידעס שליט''א. און דערנאך אפגעראכטן די ריקודי קודש און געטאנצען מצוה טאנץ לפני הכלה, און געטאנצען מיטן חתן און די מחותנים ובני המשפחה, און עקסטער מיט אחיו הגה''צ שליט''א און דערנאך מיט כ''ק אדמו''ר ממעליץ שליט''א. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן די כלה. ארום 12:45 האט דער רבי פארלאזט די זאל אויפן וועג אהיים קיין קר''י. *מיטוואך וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א* אינדערפרי איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' נפתלי צבי האלפערט הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר יעקב מרדכי לוי טייטלבוים הי''ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל''ד פסוק י''ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי. נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי. און ארום 5:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

Открыть в Telegram
Просмотры79−46%к среднему
Пересылки—
Реакции—
Комментарии—
Динамика просмотровСкрыть динамику

Рост просмотров

Часов после публикации

Показать таблицей
Часов после публикацииПросмотры
0 ч0
7 ч68
25 ч79
  1. Через 6 часов68
  2. Через 24 часа79
  3. Всего сейчас79
#32256Текст

ארום 3:15 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומסב''ג. ביים אנקומען איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש שע''י ביהמ''ד הגדול. ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול היכל מאיר זעליג ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה. - בעל תפילה: הרה''ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי''ו (קר''י). נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער לברך ולהתברך ביום החופה. ארום 5:45 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ"ד הגדול. במשך דעם קבלת פנים האט מען געזינגען ווארימע ניגוני התעוררות, און הרה"ח ר' משה יושע ווייס הי"ו האט אויפגעטרעטן בדברי כיבושין אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן וכלה און די הייליגע זיידעס וואס קומען אראפ זיך מיטפרייען ביי די שמחה. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען ווארעמע דברות קודש און מעורר געווען זכות אבות, און צום סיום מאציל געווען רב ברכות פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט מסדר געווען די כתובה. - עדי כתובה: הרה''ח ר' יחזקאל גאלדשטיין הי''ו (קר''י) און הרה''ח ר' משה אברהם לעפקאוויטש הי''ו. דערנאך האט דער רבי תורם געווען צדקה פאר אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א פאר כולל עצי חיים בארה''ק לצדקת רבי מאיר בעל הנס, און מען אעז געגאנגען צום באדעקן אין די זאלן פון אפריון קראסנא ווי דער רבי האט געבענטשט דעם חתן. ארום 7:05 איז מען ארויס צום חופה, וואו רבינו שליט''א האט מכבד געוועהן. - סידור קידושין: דער עלטער זיידע כ''ק אדמו''ר מסטריזוב שליט''א. - עדי קידושין: הרה''ג ר' יואל קאהן שליט''א (קר''י) און הרה''ג ר' יואל שווארטץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בנין געלבשטיין וומסב''ג. - קריאת הכתיבה: דער זיידע הגה''צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט''א. - ברכות ראשונות: דער עלטער זיידע הגה''צ אבד''ק טערצאל שליט''א. - ברכה אחריתא: דער זיידע הגה''צ אבד''ק ור''י אלכסנדר שליט''א. נאך די חופה האט רבינו שליט"א געוואונטשן ברכות הקודש פארן גאנצן ציבור, און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידעס ומחותנים, און דערנאך ווארעם אנגעוואונטשן פארן עלטער זיידע כ''ק אדמו''ר מסטריזוב שליט''א. דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ''ד הגדול היכל מאיר זעליג. ארום 8:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט געטאנצען עטליכע מינוט אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געטרינקן א לחיים און געוואונטשן לחיים לכל העם הנאספים. ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען און דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן א לענגערע צייט, און מכבד געווען די זיידעס און די מחותנים הרבנים הגאונים שליט"א צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מיטן גאנצן אויבנאן. דערנאך איז דער גאנצער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. דער רבי האט פארלאזט דעם ביהמ"ד ארום 9:40, און איז אריבער לביתו נאוה קודש שע"י ביהמ"ד הגדול. בביתו נאוה קודש איז אריבעגעקומען אויף א באזוך כ''ק אדמו''ר מפינסק קארלין שליט''א וואונטשן א ברכת מזל טוב לרגל די שמחת החתונה. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבערן הייליגן מהרש''ל וואס די יארצייט איז געווען די וואך. דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר זיין בעל אכסניא הרה''ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי''ו. אזוי אויך איז אריין הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ קהלתינו הק' בוומסב"ג, וואס האט זיך נארוואס אום געקערט פון א באזוך אין ארגענטינע ווי ער האט פארהערט די חברי הכולל אויף מערערע מקצועות התורה, און האט איבערגעגעבן א הערליכן גרוס פארן רבין. אזוי אויך האט ער אפגעשטאטעט א לענגערע באזוך אינעם גיגאנטישן בית השחיטה לגסות ווי סגייט אהן די מערכת השחיטה המהודרת שע"י קהלתינו הק', ער האט איבערגעגעבן גאר א שיינעם גרוס פאר רבינו שליט"א איבער דעם גאנצן מהלך השחיטה והבדיקה, ניקור, שרוי' מליחה וכו', און האט אין א לענגערן שמועס באוואונדערט דעם הערליכן סיסטעם דער רבי האט דארט איינגעשטעלט אויפן העכסטן אופן אין כשרות וואס איז נאר שייך. ארום 11:15 איז דער רבי אריין געקומען אין ביהמ''ד צו ברכת המזון ומצוה טאנץ. פארן בענטשן איז אנגעקומען כ''ק אדמו''ר מפאפא שליט''א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן, און דערנאך געטאנצן מײן רבין אין א רינג אינאיינעם מיט די חתן און די זיידעס. - ברכת המזון הגה''צ אבד''ק'ד קארוב שליט''א. - ברכות ראשונות: הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. - ברכה אחריתא: דער זיידע הגה''צ אבד''ק קאזלאוו מאנסי שליט''א.

Открыть в Telegram
Просмотры74−50%к среднему
Пересылки—
Реакции—
Комментарии—
Динамика просмотровСкрыть динамику

Рост просмотров

Часов после публикации

Показать таблицей
Часов после публикацииПросмотры
0 ч0
7 ч63
25 ч74
  1. Через 6 часов63
  2. Через 24 часа74
  3. Всего сейчас74
#32255Текст

*זונטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א* דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים: - בן הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ, בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. - בן ר' חיים מנחם פעלדמאן הי"ו. - בן ר' זלמן יוסף שניצלער הי"ו. - בן ר' משה יודא שפילמאן הי"ו. - בן ר' אסף וואהלבערג הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה אין די סוגיא פון קם ליה בדרבה מיניה בפרק אלו נערות אין מסכת כתובות. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. נאך שחרית ארום 12:00 איז דער רבי ארויף צום ציון פון רבותינו הק' לרגל די שמחת החתונה פון נכדו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד בית חיים יעקב שליט''א. דער רבי געמאכט די ברכה, אריין אין אוהל און געצינדען לעכט ביי די ציונים פון רבותינו הק' בעל דברי יואל און בעל ברך משה זיע''א און ביי די ציון פון אמו הרבנית ע''ה, און געזאגט די תפילה פונעם הייליגן ישמח משה זיע''א און דערנאך פארגעזאגט ספר רביעי כנהוג און געזאגט קדיש, און דערנאך געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט בשעת מ'זינגט ניגוני התעוררות, און זיך משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע''ה. מען האט געענדיגט ארום 12:45. נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה. פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופות פון די מחותנים: - הר''ר מענדל ווייס שליט''א און הרה''ח ר' שלמה יעקב ניישטאדט הי''ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס. - הרה''ח ר' יואל ב''ר בערל ברמ''א פאלאטשעק הי''ו און הרה''ח ר' אלימלך דייטש הי''ו אין די זאלן פון גינת קליין. נאך די חופות ארום 8:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ''ד כולל ערב שבת צום שמחת השבע ברכות פון נכד הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, החתן בן לחתנו הרה''צ ר' יוסף מרדכי וואגשאל שליט''א - ראה''כ ורב דביהמ''ד כולל ערב שבת. עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס בהלכה מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א. דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן דיין שליט''א, חתן, מחותנים, זיידעס, און פאר די מתפללי הביהמ''ד, און דערנאך משמיע געווען דב''ק בעניני נישואין און ווארעם אנגעוואונטשן פארן מחותן הרה''צ רב הביהמ''ד שליט''א צו מצליח זיין מיט זיינע פעולות פאר תורה וגמילות חסדים. דערנאך האט זיך דער רבי אויפגעשטעלט טאנצן אינאיינעם מיטן גאנצן אויבנאן און עקסטער מיט הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א. דער רבי האט פארלאזט די ביהמ''ד ארום 8:30. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון 8:35 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. ארום 9:15 איז דער רבי אראפ אין די זאלן בביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געליינט די תנאים פון די מחותנים: - הרה''ח ר' יואל ב''ר יעקב מיטטעלמאן הי''ו און הרה''ח ר' אהרן זאב פאלאטשעק הי''ו. - הרה''ח ר' חיים שלום בוים הי''ו און הרה''ח ר' חיים הערש ברמ''י גאלדבערגער הי''ו. בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ח ר' יוסף משה כהנא הי''ו פון ארה''ק, בעה''ב און ארויסגעבער פון די באקאנטע חסידישע קאלעקציעס פון אלטע פארצייטישע חסידישע ניגונים דורך די 'לחיים נגינה פאבלישונג' אינאיינעם מיט הרה''ח ר' יושע ראזען הי''ו פון ב''פ, און האבן פארגעשטעלט די נייע זמירות מיט אידישע ניגונים. עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פראבלעמען מיט די היינטיגע נגינה און דער רבי האט זיך באדאנקט פארן אנהאלטן צו ארויסגעבן ערליכע און פארצייטישע ניגונים און מאציל געווען מברכת קדשו. דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור. *מאנטאג וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א* דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב''ר שלום אלי' טעללער הי''ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ל"ד פסוק י"ג. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי. *שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב חיים הערש רוקח שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד בית חיים יעקב שליט"א בן הגה"צ אבד"ק קאזלאוו מאנסי שליט"א חתן הגה"צ אבד"ק טערצאל שליט"א, עב"ג הכלה בת הגה''צ ר' יעקב שרגא פייביל זינגער שליט"א אבד''ק אלכסנדר וומסב''ג בן הגה"צ אבד"ק ור"י אלכסנדר שליט"א חתן כ"ק אדמו''ר מסטריזוב שליט''א, וחתן הגה"צ ר' יקותיאל טייטלבוים שליט"א מאוהעל*

Открыть в Telegram
Просмотры90−39%к среднему
Пересылки—
Реакции—
Комментарии—
Динамика просмотровСкрыть динамику

Рост просмотров

Часов после публикации

Показать таблицей
Часов после публикацииПросмотры
0 ч0
7 ч76
25 ч90
  1. Через 6 часов76
  2. Через 24 часа90
  3. Всего сейчас90
#32243Фото
Просмотры258+75%к среднему
Пересылки—
Реакции—
Комментарии—