קרעפל ווייטערדיגע שלום אין סאטמאר: יערליכע צעטל רייסעריי אריין אין קראפט ווען ווי יאר יערליך פאר כ''א כסלו רייסן די בחורים פון די מהר''א טעראר מאשין די מודעות פון די מהרז''ל כ''א כסלו מעמד און די בחורים פון די זאלי קאמפאני רייסן די מודעות פון די ארונישע מעמד. @krishkes
Открыть в TelegramПосты канала קרעפל
קרעפל באשטעטיגט: אז דאס וואס הרב בעריש מייזליש אב''ד מהר''א ב''פ איז למעשה נישט אנגעקומען צום חתונה ביים פלומעניק הרב יעקב בער מסיגוט איז צוליב אומגעהויערע דרוק וואס די הנהלת קהילת סאטמאר מהר''א טעראר מאשין אין בארא פארק האט אים געלייגט נישט צו גיין מיט ערענסטע סטראשעס אשר אי אפשר להעלות על כתב, אויך זיין איידעם הרב מענדל טייטלבוים בן מהר''א מסאטמאר האט אים עקסטער גערופן בעטן נישט צו גיין צו די חתונה! קרעפל פרעגט אויב די שלום האט זיך גענדיגט??? @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל ערשטע בילד: כ”ק מרן אדמו''ר הגה''ק מסאטמאר ארה''ק שליט”א ביים שמחת השבע ברכות בבית דודו האדמו"ר מהרי''י מסאטמאר. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל ווייטערדיגע שלום אין סאטמאר: כ”ק מרן אדמו''ר הגה''ק מסאטמאר ארה''ק שליט”א וועלכע וויילט אין ניו יארק לרגל א משפחה שמחה איז יעצט אנגעקומען צו די שמחת השבע ברכות בבית דודו האדמו"ר מהרי''י מסאטמאר אין בארא פארק, האדמו"ר מהרי''י האט זיך אויפגעשטעלט לכבודו פונעם חשובע גאסט די סאטמאר'ע רבי פון ארה''ק און זיך ווארים באגריסט. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: היסטארישע באזוך פון אדמו''רים אין ווייסן הויז ביי פרעזידענט טראמפ - אלול תשפ''ו די בריוו וואס מהר''א מסאטמאר האט געגעבן פאר פרעזידענט טראמפ אין די ווייסע הויז @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל ברעיקינג: היסטארישע מינוטן קומען יעצט פאר במעון הקודש פון מרן האדמו"ר מוויזניץ לרפו"ש, בעת דער רבי טוט אויפנעמען בן זקונים הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער שליט"א לעמוד ולשרת בשם השם, אלס רב ואבד"ק דחסידי וויזניץ בערי ארצות הברית וקאנאדע, צו זיין דער איש על העדה פון די וויזניצער קהילות און מוסדות מעבר לים, ועל פיו ישק כל דבר @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: נאך א טריט אינעם סאטמארע שלום: הרב יעקב בער מסיגוט בן מהרז''ל מסאטמאר באזוכט ביים פעטער הרב בעריש מייזליש אב''ד מהר''א ב''פ @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: נאך א טריט אינעם סאטמארע שלום: די קינדער פון ביידע רבי'ס הרב יעקב בער בן מהרז"ל און הרב מענדל בן מהר"א גיבן זיך די האנט היינט ביי א חופה אין וויליאמסבורג @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: דער סאטמארער רבי מהרז"ל איז מוחל א בחור, פופצן יאר נאכדעם וואס יענער האט געמאכט א שפיצל קעגן אים אין ראדני, אין די היציגע סאטמארער פאליטישע צייטן. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: אחדות אין ליובאוויטש: נאך צענדליגע יארן וואס צוויי פון די הויפט ארגאניזאציעס אינערהאלב חב"ד, די"בית דין פון קראון הייטס" און "אגודת חסידי חב"ד" זענען געווען אויף מעסער שטעך, קומט אריין די פרייליכע נייעס אז עס איז געשלאסן געווארן א בונד צו אנהייבן ווייטער ארבעטן אינאיינעם. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: א הייליגע טיש וועט פארקומען דעם כאף אלעף קיסלעוו אין סאטמאר מהר''א. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: בית דין האט ארויסגעגעבן דעם פסק דין אינעם דין תורה צווישן קהל סטוטשין און קהל תולדות יהודה. לויטן פסק וועט קהל תולדות יהודה פון היינט גערופן ווערן ראפשיץ-סטוטשין. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: די סאטמאר מהר''א טעראר מאשין אונטערן שלייער 'חומות העיר' האט זיך אויפגעוועקט נאך א צייט אפשניט פארזינקען אין שלאף. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: אידיש בלוט איז נישט הפקר! יענעמס בלוט איז נישט קיין וואסער! אויך דאבשינא רבי איז ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט נאך די קרעפל אווערנעס קעגן די בלוט פארגיסער און קרעצל פארשער וואס טאנצט אויף אידישע צרות אן קיין שום בושה נאר צו זיין די ערשטע צו מעלדן אידישע צרות. די דאבשינא רבי איז ערשינען מיט א מכתב אזהרה קעגן די קרעצל פארשער און זיינס גלייכן וואס פארשמירן זיך די הענט מיט אידיש בלוט. אינעם בריוו ברענגט די דאבשינא רבי ארויס די שוידערליכע ווייטאג וואס די קרעצל פארשער און וואטסעפפ באמערקער למיניהם ברענגען אן פאר כלל ישראל, מיט א הייסע רוף צו זיי אז זיי זאלן זאפארט אויפהערן זינדיגן קעגן די כלל. @krishkes
Открыть в Telegramקרעפל: הערט זיך נישט גוט: יעקב מרדכי האגער זון פון וויזניצ'ע רבי וויינט צו וויזניצ'ע חסידים און אידן איבער די גאנצע וועלט מתפלל צו זיין פאר אביו די וויזניצ'ע רבי לרפו''ש. אויך זאגט ער וועגן א פארערגערונג די לעצטע צען טאג @krishkes
Открыть в Telegram